Föhrenwald den 29.XII 48.
ליבע אנקעל זעליג!
דיין בריעף פון 15.XII. האבע איך מיט אייניגע טעג צוריק ערהאלטען. אבער, איך האבע
דיך אופגעהאלטען מיט ענטפער, ווייל איך האב געוואלט דיר שוין, וואס: נייעס קענען
מיטטיילען, ליידער ליבע אנקעל! עס גייט נישט ווו מען וויל. נאכדעם ווי איך (האב) פעס[ט]געשטעלט
דעם טעות ביי דער ד.פ. קאמיסיאן אין דער פונק קאסערנע אין מינכען.
האט מען מיר געזאגט דאס: דער טעות איז געמאכט געוואהרען אין פראנקפורט
אם-איין. אונד זיי וועלען צוריק די פאפיערען שיקען נאך פראנקפורט-אם-איין.
צו דער הויפט ד.פ. קאמיסיאן פאר יוראפ. אום דעם טעות אוסצובעסערין.
דערווייל זענען שוין פערביי 10 טעג אונד איך האב נאך גורנישט געהערט.
איך בין דיר זעהר דאנקבאר ליבער אנקעל! דאס: דו האסט גלייך דערוועיגען
געשריבן נאך וואשינגטאן. אפשר וועט דאס: די זאך צואיילען. עס וואלט אויך נישט
אויסגעמאכט ווען דו ליבע אנקעל! פרעיגסט זיך אן ביי דער הויפט ד.פ. קאמיסיאון
אין פראנקפורט אם-איין וועיגען די זאך(?). דו שרייבסט זיי דעם נומער וואס: דו האסט
בעקומען אין וואשינגטאן. דער נומער וואס: מען האט געגעיבען אין פראנקפורט איז 3939
אוף דעם נומער האט מען געזוכט אלעקס בערענשטיין וואס: וווינט אין לינקאלען.
גלייכצייטיזג בעיטס דו זיי, דאס: זיי זאלען איצט נאך דיין אופקלעירען דעם טעות, מיט מיין
פאהרען בעאיילען. ווייל איך האב אזויפיל וואכען פערלוירען. אונד די אנדערע וואס מען>
מיט דעם לויף נומער זענען שוין דעם קאנסול דורך. אונד וועלען אין די נע[ק]סטע טעג
אבפאהרען. ווען נישט דער פאל וואלטען מיר שוין נעכטען דעם קאנסול דורך.
איך וואלט אליין נאך פראנקפורט געפאהרען, נור עס איז ביי 700 קילאמעטער פון מיר.
אונד עס וועט מיך גלייך ביי 40 דאלער קאסטען. אונד איך בין זיכער דאס איך וועל גורנישט
דארט ערלעידיגען ווייל זיי וועלען גורנישט מיט מיר וועלען רעדען. דעריבער בלייבט נור דאס דו
ליבע אנקעל זאלסט דו זיי שרייבען. שרייב גלייכצייטיג נאך א בריעף מיט דעם זעלבען
אינהאלט צו דער ד.פ. קאמיסיאן אין פונק-קאסערנע בלאק 4 מינכען
D.P. Commis[s]ion
Funk Kasserne
Bloek 4
München Bavaria

ווייל ווען דער טעות וועט ווערען אוסגעבעסערט אין פראנקפורט-אם-איין
ליגט עס דאן, ביי זיי, אין דער האנט, די זאך מיט אונזער פאהרען צו בעאיילען.
איך גלויב ליבער אנקעל זעליג דאס: וועסט אלץ גענוי פערשטיין, וואס: איך שרייב דיר
אונד וועסט וויסען ווי אזוי צו האנדלען.
ווייטער קיינע נייעס. איך ווארט נור צו העררען פון דיר ליבער אנקעל! וואס: איז מיט זיך
מאכען וואס: אנצוטוהן? ווען מיר זאלען ברויכען זיך דא אלץ מאכען וועט אונז קיין
געלד נישט רייכען. דעריבער וועל איך מאכען נור דאס: נויטיגסטע.
ווייטער זענען מיר אלע גאטצודאנק געזונד אונד מיר ערווארטען פון דיר אויך דאס: זעלב-צוהעררען.
איך ענדיג מיין שרייבען מיט די האפנינג, דערצו, קענען אין קורצען בעסערע נייעס מיטצוטיילען
איך, אונד מיין פאמיליע, גרוסן, אונד קושען, דיך הערצליך.
אונד גאט זאל געיבען דאס: מיר זאלן אין קורצען טאקע זיין צוזאמען.
פון מיר דיין ברודערזאהן עלישא מאדענשטיין
Föhrenwald, the 29th of December, 1948
Dear Uncle Zelig,
I received your letter from the 15th of December several days ago. However, I
held back from sending you a response, because I had wanted to [?] you whatever news I can
inform you of. Unfortunately, dear Uncle, things are not going as one would want. After I ascertained
the error at the D.P. Commission in Funkkaserne in Munich
I was told that the mistake was made in Frankfurt
Am Main. And they want the papers to be sent back to Frankfurt Am Main,
to the main D.P. Commission for Europe in order to fix the mistake.
In the meantime, 10 days have already passed and I have heard nothing.
I am very thankful to you, dear Uncle, that you had immediately written about this
to Washington. Perhaps this will hasten the matter. It would also not be a
bad idea for you, dear Uncle, to consult with the main D.P. Commission
in Frankfurt Am Main about the matter. Write them the number that you
received from Washington. The number that was given in Frankfurt is 3939
Using this number, someone had looked up Alex Berenshteyn who lives in Lincoln.
At the same time, request of them, after you explain the mistake, to immediately
hasten my application, because I lost so many weeks. And the others
with the serial number are already going through the consulate. And they will, in the next few days,
be through with hearing from them. Were it not for this situation, we would have been through the consulate yesterday.
I would travel to Frankfurt myself, but it is some 700 kilometers from me.
And it would similarly cost about 40 dollars. And I am sure that I would be unable to
take care of anything because they would not want to speak to me. Therefore, it only remains that you,
dear Uncle, write to them. Write at the same time another letter with the same
contents to the D.P. Commission in Funkkaserne, Block 4, Munich
D.P. Commission
Funkkaserne
Block 4
Munich, Bavaria
because when the mistake will be rectified in Frankfurt Am Main
then the matter of expediting our travel is in their hands.
I believe, dear Uncle Zelig, that you will understand everything that I am writing to you properly
and you will know how to handle this.
Otherwise, no news. I only am waiting to hear from you, dear Uncle, what am I up to,
making my own things to wear? If we needed to make everything here, we would not
have enough money. Therefore I will make only what is most necessary.
Otherwise, we are all, thank God, healthy and we await hearing the same from you.
I end my writing with the hope that we can soon inform you of better news.
I, and my family, send heartfelt greetings, and kisses to you.
And may God bring us soon all together.
From me, your nephew, Elisha Modenshteyn